איך װיל אַ הינטעלע!׳

איך װיל אַ הינטעלע!׳

עדי און זײַן זון, זשוניאָר (עדקעלע) האָבן זיך מיטגענומען אַ פּיקניק־מיטאָג און זײ עסן אין פּאַרק
415טאַטע, איך װיל אַ הינטעלע.׳
414זונדעלע, האָבן אַ הונט איז נישט אַזױ גרינג.׳
414אַ הונט מוז שטענדיק גײן אױף אַ שפּאַציר.׳
415אָבער טאַטע, איך האָב ליב שטענדיק צו גײן אױף אַ שפּאַציר!׳
414און אַ הונט דאַרף שפּילן זיך אַ סך.׳
415אָבער טאַטע, איך האָב ליב צו שפּילן זיך אַ סך!׳
414און דאָס עסן פֿאַר הינט איז טײער.׳
415נו, דער הונט קען עסן מײַן עסן.׳
414זונדעלע, װוּ איז דײַן האַמבורגער?׳
414און... װוּ זײַנען דײַנע פֿריטקלעך?׳
415אױ...׳
עס איז דאָ אַ הונט אונטערן טיש
414זונדעלע, פֿאַר װאָס איז דאָ אַ הונט אונטערן טיש?׳
415ער איז מײַן חבֿר!׳
58האַװ־⁠האַװ! האַװ־⁠האַװ!׳
414דער הונט עסט דײַנע האַמבורגער און פֿריטקלעך?׳
415יאָ! דו זעסט, טאַטע? ס׳איז זײער גרינג צו האָבן אַ הונט.׳
1715איך זוך מײַן הינטעלע, "צרות". אױ, ער איז דאָ!׳
1715אױ, װײ; ער עסט מענטשן־עסן! מע טאָר נישט! ער מוז עסן הינטישע־עסן!׳
415אױ, װײ! זײַ מיר מוחל!׳
414דו זעסט? ס׳איז דאָ מער צו װיסן װען מע האָט אַ הונט אין דער הײם!׳
415יאָ, איך פֿאַרשטײ, טאַטע.׳
415זײַ געזונט, "צרות"!׳
58האַװ־⁠האַװ! האַװ־⁠האַװ!׳