עדי גײט צום באַרימטער פּסיכיאַטער, דאָקטער קלמן קאַרפּינסקי, װאָס האָט אַ שמועס־פּראָגראַם אױפֿן ראַדיאָ
ער האָט דאגות װעגן זײַן זון, זשוניאָר (עדקעלע)
איר דאַרפֿט אינטערעסירן זיך מער מיט זשוניאָר אין זײַן לעבן.
װאָס ער רעדט פֿון איז זײער װיכטיק.עדי און זשוניאָר מאַכן אַ שפּאַציר אין צענטער שטאָט און קוקן אַרײַן אין די װיטרינעס
איך װיל מער נישט שפּילן אין בײסבאָל, טאַטע.
װילסטו שפּילן אין אַ נײעם ספּאָרט? װוּנדערלעך!
װילסטו שפּילן אין קױשבאָל?
נײן. עס געפֿעלט מיר נישט ספּאָרטן װאָס ניצן אַ באַלעמ.
איך האָב מורא פֿון זײ.
גיב אַ קוק אין דער װיטרינע; די טעניס־ראַקעטקע איז זײער שײן!
אָבער דאַרפֿט מען אַ באַלעם צו שפּילן אין טעניס
אױ, יאָ. מממ... װאָס סאָלסטו שפּילן זיך?
איך װיל...
שװימען! דו װילסט שװימען!
נײן...
אָבער דאָס איז אַ ספּאָרט אָן אַ באַלעם.
טאַטע, נײן!
זײער גוט, זונדעלע. װאָס װילסטו טאָן?זשוניאָר קוקט אין דער װיטרינע אױף אַ פּאָר באַלעטשיך
איך װיל... טאַנצן.
דו װילסט טאַנצן?!
יאָ... איז דאָס אַ פּראָבלעם?
נײן, נײן. טאַנצן קען אױך זײַן אַ ספּאָרט!עדי הײבט זיך אָנ צו טאַנצן אין מיטן גאַס
אױ, װײ, טאַטע, דו ביסט משוגע. האַלט זיך אָפּ מיט דײַן טאַנצן אין מיטן גאַס!
גיב אַ קוק! װאָס טוט דער משוגענער אין מיטן גאַס?
איך װײס נישט. אפֿשר איז ער אַן אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער װײטער אױף דער גאַס.
אױ, װײ! אױב שױן אַזױ, איז ער נישט זײער פֿעיִק צו טאַנצן!