בי איז אין דער דירה פֿון איר בעסטע חבֿרטע, בלומע
שלום־עליכם, בלומע! װאָס מאַכסטו?
עליכם־שלום. שרעקלעך!
אױ, װײ! אָבער פֿאַר װאָס?
מײַן נײַע מיטװױנערין, חנה, און איך רײַסן זיך אַלע מאָל.
איך װוּנדער זיך נישט אױף דאָס. גיב אַ קוק! די קיך איז אַזױ שמוציק!
יאָ, יאָ! איך װײס!
אױ, װײ! און װאָס איז דאָס אױפֿן טיש? פֿאַרפֿױלטער קעז?
יאָ, יאָ! איך װײס!
ס׳איז דאָ אױך שמוציקע קלײדער דאָ אױפֿן בענקל!
בלומע, אָבער... דאָס איז דײַן העמד!
יאָ.
דאָס זענען דײַנע קלײדער...
און דאָס איז דײַן קעז!
יאָ! איך ראַם קײן מאָל נישט און חנה איז שטענדיק אין כּעס.חנה קומט אַרײַן אין צימער און הערט װאָס בלומע זאָגט
אױ, אַ בראָך! ס׳איז שרעקלעך, שרעקלעך! װאָס זאָל איך טאָן?
אױ, װײ!