לילי איז אין דער הײם מיט איר חבֿרטע, זאַרי. זײ קוקן דורך ליליס שאַפֿע אױף אַלע איר קלײדער.׳
דו האָסט אַזאַ סך קלײדער װאָס זענען לילאַ!׳
יאָ, לילאַ איז מײַן באַליבטסטע פֿאַרב!׳
אָבער דאַרפֿסטו זעקס לילאַ העמדער?׳
יאָ, און צװײ לילאַ מאַנטלען און דרײַ לילאַ רעקלעך.׳
און פֿיר לילאַ היטלעך?׳
יאָ, איך דאַרף מײַנע היטלעך.׳
און אױך האָב איך צװײ לילאַ שירעמס.׳ס׳איז דאָ אַ קלאַפּ אין טיר
איך האָב אַ פּעקל פֿאַר לילי לעװינסאָן.׳
אױ, איך װײס װאָס דאָס איז; מײַנע לילאַ שיך!׳
און איך האָב נאָך אַ פּעקל פֿאַר לילי לעװינסאָן.׳
אױ, אפֿשר איז דאָס מײַן נײַע לילאַ האַלבקלײדל!׳
אױ, נאָך אַ פּעקל!׳
מממ, דאָס װײס איך נישט! װען איך זע עפּעס לילאַ װער איך משוגע!׳
אָױ, געװאַלד!׳
נו, לילי, האָב איך עפּעס פֿאַר דיר.׳זאַרי האָט אַ פּאָר רױטע זונברילן
זײ זענען פֿאַר דיר... פֿון מײַן באַליבטסטן געשעפֿט.׳
אױ, אַ דאַנק?׳
די רױטע קאָליר איז אַזױ פּערפֿעקט פֿאַר דיר!
אפֿשר... איך װײס! מיר קענען צוריקגײן צום געשעפֿט און אױסבײַטן זיך מיט אַ פּאָר לילאַ זונברילן!׳