איך דאַרף אַ נײ װידעאָ־שפּיל

איך דאַרף אַ נײ װידעאָ־שפּיל

זשוניאָר (עדקעלע) און זײַן טאַטע, עדי, זענען אין אַ געשעפֿט
2573שלום־⁠עליכם! איך הײס יעקבֿ. מיט װאָס קען איך אײַך דינען?׳
415טאַטע, איך דאַרף אַ נײ װידעאָ־שפּיל!׳
414נײן, זשוניאָר, דו דאַרפֿסט נישט אַ נײ װידעאָ־שפּיל.׳
415אױ, ביטע, טאַטע! ס׳איז דאָ אַ װידעאָ־שפּיל מיט ראָבאָטן און ס׳איז זײער פֿאַרכאַפּנדיק.׳
אַ יונגער קױפֿער הערט אונטער דאָס טומלדיקע רײַסעניש
856אױ, יאָ, מיסטער, ס׳איז זײער פֿאַרכאַפּנדיק...׳
856און ס׳זענען דאָ מאָנסטערס װאָס עסן די ראָבאָט⁠ן!׳
415דו זעסט! דו דאַרפֿסט הערן זיך צו זײַן װערטער! ער זאָגט דעם אמת!׳
414אַ דאַנק פֿאַר דײַן חכמה, ייִנגעלע...׳
414אָבער זונדעלע, דו װילסט דאָס װידעאָ־שפּיל, אָבער דו דאַרפֿסט נישט דאָס װידעאָ־שפּיל.׳
415זײער גוט. איך װיל דאָס װידעאָ־שפּיל. קענען מיר עס קױפֿן?׳
414נײן, דו האָסט שױן צו פֿיל װידעאָ־שפּילן אין דער הײם.׳
856נײן, נײן, מיסטער; מע קען נישט האָבן קײן מאָל צו פֿיל װידעאָ־שפּילן!׳
415דו זעסט! דו דאַרפֿסט הערן זיך צו זײַן װערטער! ער זאָגט דעם אמת!׳
414דער ענטפֿער איז נאָך אַלץ "נײן"!׳
415זײער גוט, זײער גוט; איצט איז מיר נימאס ביז טױט. איצט גײן מיר אַהײם?׳
414נײן, מיר גײן צו װיקרעם אין דער הײם.׳
415פֿאַר װאָס? זײַן הױז איז אַזױ נודנע!
414אָבער זײַן טעלעװיזאָר איז גרױס און איך דאַרף קוקן דעם סוף־פֿוסבאָלמאַטש.׳
415אָױ, טאַטע, טאַטע; דו װילסט קוקן דעם סוף־פֿוסבאָלמאַטש אָבער דו דאַרפֿסט נישט קוקן דעם סוף־פֿוסבאָלמאַטש.׳
856איר זעט! איר דאַרפֿט הערן זיך צו זײַן װערטער! ער זאָגט דעם אמת!׳
414ייִנגעלע! אוצט דאַרפֿסטו אַװעקגײן!׳
2573אױ, שלום! שלום! אָדער אַלע מוז אַװעקגײן פֿונעם געשעפֿט!׳
414אױ, װײ!׳